הילף
רוב ענטפערס זענען דא אונטן. אויב איר שטעקט, שרייבט אונז: אין Yiddish Writer קלייבט הילף ← שרייבן צו הילף…, וואס גרייט צו אן אימעיל מיט א בילד פונעם פראגראם, וואס איר קוקט איבער און שיקט אליין.
Yiddish Writer
מיין מעק זאגט אז דער פראגראם דארף א נייערע macOS
Yiddish Writer דארף macOS 14 אדער נייער. יעדער מעק מיט אן Apple טשיפ קען אומזיסט אפדעיטן: Apple מעניו ← System Settings ← General ← Software Update.
מיין אינטערנעט פילטער פארשפארט דאס אראפנעמען פונעם רייד מאדעל
בעט ביי אונז דעם מאדעל פעקל — איין פייל. דערנאך קלייבט איינשטעלונגען ← רייד דערקענונג… ← אריינברענגען א מאדעל פעקל…. איר קענט אויך בעטן אייער פילטער פירמע צו ערלויבן דאס אראפנעמען.
דיקטירן הערט מיך נישט
ערלויבט דעם מיקראפאן: Apple מעניו ← System Settings ← Privacy & Security ← Microphone, און צינדט אן Yiddish Writer. דערנאך פרובירט ווידער.
ווי אזוי קוק איך אז אלעס ארבעט?
קלייבט הילף ← איבערקוקן דעם מעק…. עס קוקט איבער די רייד מאשין, דעם מיקראפאן, דעם רייד מאדעל און פרייען פלאץ, און זאגט וואס צו טון וועגן יעדע זאך וואס פעלט.
איך האב געקויפט א נייעם מעק
אויפן אלטן מעק קלייבט איינשטעלונגען ← לייסענס… ← אראפנעמען דעם קאמפיוטער. אויפן נייעם מעק, אינסטאלירט Yiddish Writer און לייגט אריין דעם זעלבן שליסל.
ארבעט עס אן אינטערנעט?
יא. ווען דער רייד מאדעל איז אינסטאלירט, ארבעטן דיקטירן, איבערשרייבן רעקארדירונגען, האנטשריפט און דרוקן אן אינטערנעט. אייער אבאנעמענט ארבעט ווייטער 14 טעג אן אינטערנעט. נאר דער AI רעדאקטאר דארף אינטערנעט.
איז דא א Windows ווערסיע?
עס קומט באלד פון דעם Microsoft Store, סיי Yiddish Writer און סיי ספרייה תורנית.
ספרייה תורנית
וואו ווערן מיינע ספרים און הערות געהאלטן?
אויף אייער מעק, אינעם ספרייה פאלדער וואס איר קלייבט, און אין די באקאפ קאפיעס וואס איר קאנטראלירט. גארנישט ווערט ארויפגעשיקט ערגעץ.